8/15/2006

להקטיר קטורת

תניא: אמר רבי ישמעאל בן אלישע: פעם אחת נכנסתי להקטיר קטורת לפני ולפנים, וראיתי אכתריאל יה ה' צבאות שהוא יושב על כיסא רם ונישא, ואמר לי: ישמעאל בני, בָּרְכֵנִי! אמרתי לו: יהי רצון מלפניך שיכבשו רחמיך את כעסך, ויגולו רחמיך על מדותיך, ותתנהג עם בניך במדת הרחמים, ותכנס להם לפנים משורת הדין. ונִענע לי בראשו.

יעדער וואס לערנט די גמרא אין ברכות דף ז', אדער ווער עס געדענקט נאך פריד'ס ניגון וואס מען זינגט שוין היינט נישט אין ערגעץ, ווערט נשתומם פון דעם אויסטערלישן עפיזאד וואס איז פארגעקומען צווישן ישמעאל כהן גדול און כביכול אליין.

אין מיין יעצטיגן ראלע, ווען איך געפין מיר אויפ'ן אנדערן זייט פונעם טיש אלץ דער צוהערער, ווען מיינע אויגן זעהן צו וויאזוי מענטשן קומען אריין און לאזן נאך אלע זייערע אינערליכע צוימונגען און אויסערליכע פעסטונגען, ווען מיינע אויערן הערן זיך אן מיט מענטשן'ס העכסט געהיימסטע קווענקלנישן, ווען מיין אנוועזנהייט ווערט א בית קיבול וואו מענטשהייט גיסט אויס שוידערליכע פארקלעמענישן און הארץ ווייטאגליכע ביטערקייט, איז מיר ארויפגעשווימען אויפ'ן געדאנק צו פארקניפן מיין אייגענעם עפיזאד מיט'ן אויבנדערמאנטן.

קומט אריין א שלאנקער א הויכער, א פעסטער בר הכי, א באקאנטער פיגור - כמעט ווי א כהן גדול אין זיין סביבה, קומט ער אריין לפני ולפנים, מקטיר צו זיין קטורת, און ווי מען זאגט אויף העברעאיש: "להוציא קיטור". ער זעהט דעם פסיכאלאג זיצט זיך אויף זיין הויכן שטוהל, און ער שפירט זיך בחוש נידריגער אין מדריגה, ווי א קליין גארנישט, האט ער ווען נאר די ברירה - וואלט ער געהויבן פיס און אפגעטראגן.

אבער מיטאמאל ווערט ער גענצליך איבערראשט, א שטיק חיזוק פון אן אומדערווארטען ריכטוג, העכסט אינטערעסאנט, מען בעט גאר אים ער זאל זיין דער בענטשער, דאס אליין בלאזט צוריק אריין אין אים א חיות פון זעלבסט וויכטיגקייט, ער גראד זיך אויס די פלייצעס און נעמט אן דעם פארשלאג, ער בעט דעם גואל א הארציגע בקשה, אפילו וועסט זיך אנהערן מיט אויסערגעווענליכע ענינים וואס איז שווער צו דערהייבן, ווער נישט אין כעס, גיי צו מיט רחמנות, און אפילו לפנים משורת הדין.

און פונעם אנדער'ן זייט צימער, שאקלט מען צו מיט'ן קאפ.